פלארידע תשפ"א חלק ב'
ארויסגעפארן זעמיר זינטאג פרשת בא פאר א פינף טעג ביז דאנארשטאג אנקומענדיג אין עירפארט איז שוין געווען דארט קאוועדיג מהאט געהאלטן און איין אפשטיפן די פלייט מיט נאך א שעה און נאך א שעה ענדליך אנשטאטס ניינע איז מען ארויסגעפארן נאך צוועלף
אויפן פליגער זענען די פלייט אטענדענס ארומגעגאנגן מיט אפעראציע כאלאטלעך מאסקעס און גרויסע גלעזער און געמאכט זעכער אז יעדער האט די מאסק ביז די אויגן
סאיז געווען א פילע פליגער די עולם אנטלויפט פון דא צוליב די פילע לאקדאונס האט יעדער צווייטער געהאט א קליינע הינטעלע און מיין ווייב האט כסדר אויפגעטאנצן פאר שרעק
ענדליך נאכן לאנדן האבן מיר גענומען אלע פעקלעך און געריפן א ליפט טעקסי וואס זאל אונז טראגן צום האטעל ענדליך מיר זעצן זיך אריין אין טעקסי זעהן מיר זיך מיט א שווארצע דרייווערטע וואס האט אנגעפאנגן צו פרעגן שאלות אויף די תורה זי איז געווען א שווארצע מיסיאנער זעהט אויז אז שווארצע קענען בעסער איבער רעדן זי האט געדרשנט אגאנצע וועג קשיות מיט קשיות כהאב מיר שוין געוואלט זעהן אינדרויסן אפילו ווען מאיז אנגעקומען האט זי ווייטער גערעדט און געפלוידערט און רעדט נאך יעצט אויב איינער זעהט א שחורה רעדן און פרעגן קשיות אויף די תורה זאל ער וויסן סאיז מיין דרייווערטע
ברוך השם מגייט אריין אין האטעל מטשעקט אריין און מזאגט אונז אז מיר זענען אויפן פערצענטן שטאק איך האב מיר אזוי געפרייט ווייל איך האב א גאנצען צייט געוואלט זיין ווי העכער אבער מיין ווייבס ציינער האבן זיך צוריק אנגעפאנגן צו שאקלן שוין נאכן זיך שאקלן אויפן עירפלען אויפן וועג ארויף און אראפ אבער כהאב איר איבערגערעדט און געווארן פריילעך
מעפענט די טיר פון די רום און ס'אנטפלעקט זיך א רום גרעסער ווי מיין הויז א ריזיגע ליוונג רום און א ריזיגע בעדרום און א דאפאלטע פארטש צום ים האטלאנטיק כהאב אויסגעשריגן Wow באשעפער סאיז הערליך דיין בריאה מענטשן פון אינטען האבן ארויפגעקוקט אבער זיי האבן געכאפט א קענדי אין קאפ
נאכן זיך מסדר זיין און זיך ארומקוקן אויף די פלאץ האט זיך די הינגער געשטארקט כהאב נישט געהעריג געגעסן פרישטאג און לאנטש וואס געווענליך גייט עס צוזאמען ביי מיר איז מען געגאנגן און אנגעפאנגן מיט די רעסטאראונטס ווי מגייט באשטעלן עסן
סאיז דא דארט א הכשר OBR וואס איז אזויווי MK אין קאנאדא א טראפ בעסער פון OU אזוי זאגט מען
אין פארט לארידעל האליוואד און מיאמי ניצן זיי די הכשר פאר אלע רעסטאראונטס האב איך געזעהן דארט איין רעסטאראונט וואס האט זייער הכשר אבער איז נישט פת ישראל און חלב ישראל וואס אגב איך האב געהאט מזל מיט זיי איין טאג האב זיי געקאלט אזא גוטע פאר מאל צו באשטעלן פרישטאג נאך פארן וויסן אז זיי זענען נישט פת און חלב ישראל און זיי האבן נישט אויפגעהויבן אונז האבן זיך געווינדערט וואס גייט פאר ביז שפעטער האט אונז איינער געזאגט דערוועגן און אז מהיט אונז פון הימל
למעשה איז דא דארט אפאר גוטע פלעצער ווי צו עסן
CAFÉ NOIR
FRESKO
YUM BERRY
MOZORT
KC SUPERMARKET
KINGDOM SUPERMARKET
איין פלאץ האט מיר געבאדערט אז זיי זענען געווארן א פליישיגע פלאץ דעס איז די פרענדשיפ חב"ד שיל ספלעגט זיין מילכיג און בשעתן דאווענען האט די ווייב געקענט עסן פרישטאג
ביי זיי האב איך אויסגעטרייט זייערע עסן די צוויי גראסעריס האבן אויך דארט א טעיק אוט מילעכיג און פליישיג איך עס נאר מילעכיג אין די פרעמד
YUM BERRY און CAFÉ NOIR זענען עפארדעבאל פרייזן מאוזארט איז טייער און סאיז שוין אין מיאמי אויף קאלינס עוועניא
KINGDOM SUPERMARKET און CAFÉ NOIR זענען אין AVANTURE לעבן די גרויסע באקאנטע מאלל
נארמאלערהייט האב איך באשטעלט עסן צו מיין האטעל און זיי האבן עס דעליווערט אבער שפעטער אין וואך איז געווארן מיאמי פארפלייצט מיט ישיבישע האבן זיי שוין נישט דעליווערט זענען מיר געגאנגן עסן ביי זיי
איינמאל ביי CAFÉ NOIR און איינמאל ביי FRESKO ביי ביידע נישט קיין חילוק צו מדארף רעזאוועיזשן צו נישט איז אייביג פיל
ביי פרעסקא און מאוזארט דארף מען נישט קיין רעזאוואציע אבער ביי קאפעי נאור דארף מען יא
פאריאר בין איך געווען ביי מאוזארט אין מיאמי סוא דעי יאר האט מען געטרייט נייע פלעצער אבער מאיז אויך דארט געווען שפעטער פאר א פרישטאג לאנטש
נאך א גוטע נאכטמאל איז מען צוריק ארויס שפאצירן זיי האבן דארט הערליכע שפאציר פלעציר און ווי צו פארברענגן ביינאכט סאיז לעכטיג מיט לייטס און שיינע קליינע פייער
ווער סהאט אביסעל איבריג געלט און וויל א פיינע וואקעישן אין פארט לארידעל זאל גיין דארט
צופרי האט מען געדאווענט ווי דאווענט מען אין אין פארט לארידעל
סאיז דא דארט נאר איין מנין אין די חב"ד סענטער אויף 3500 נארט אושען בלוואד
אין האליוואד איז דא מער
Young Israel of Hollywood
Hollywood community synagogue Chabad
Aventura Chabad
Hollywood shtiebel
Comments
Post a Comment