פלארידע תשפ"א (אינפארמעישן איבער האטעלן אין פארט לארידעל)

 זיצענדיג ביים וואסער האב איך געטראכט צו מיר אזוי

די לעצטע פאר חדשים איז מיר אויסגעקומען צו העלפן אסאך מענטשן סיי דא אויף אייוועלט און סיי ביי מיר אין שטאט וואס ווילן גיין קיין פלארידא אבער ווייסן נישט קיין פלעצער ווי צו איינשטיין אדער גיין עסן אדער פארברענגן וואס ווען ווי איז מיאמי גוט צו איינשטיין אדער די געגענטער ארום זענען בעסער ..........
סוא אלזא גיי איך יעצט באשרייבן מיין נסיעה קיין פלארידא
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א דריי חדשים פארדעם מיטן אוועקלייגן געלט פאר א טריפ צו מיאמי איך האב געהאט א גאול וויפיל געלט איך וויל ספענדן אן ניצן קרעדיט קארדס וואס איך האלט נישט דערפון
און אויך האב איך שוין דעמאלטס געטשעקט פרייזן פאר טיקעטס ווען סאיז נאך ביליג
איך בוק מיינע טיקעטס דורך די וועבסייט פונעם עירליין סאיז מיר אויסגעקומען די זעלבע ווי אלע ספעשיל רעיטס און וועבסייטס פלאס איך האב פארדינט אז איך האב מיר געקענט ארום שפילן נאכן בוקן מיט די דעיטס וואס איך האב דריי מאל געטוישט און נאך פארדינט א דאלער ריפאנד
איינמאל מהאט שוין געהאט די טיקטס איז מען געגאנגן זיכן א האטעל ווי צו זיין
איך גיי דירעקט נישט אין קיין ווילאס אין מיאמי ווייל איך גיי נאר מיט מיין ווייב איך וויל נישט צאלן פאר קיין ווילא וואס האט פיר בעדרומס און דריי ביה"כ
סקומט מיר אויס פראקטישער צו זיין אין א האטעל נאכדערצו יעצט ווען די האטעלן זענען גאנץ ביליג און ווילאס זענען גאר טייער
יעצט אזוי איך בין נישט געגאנגן קיין מיאמי נאר אין פארט לארידעל
סאיז מער אויסגעהאלטן פאר א קאפל דארט צו גיין סאיז רואיג און בכלל די וואסערן דארטן זענען ליידיגער סאיז דא דארט גאנצעטע שטחים ליידיג ביים וואסער ווי מקען גיין
ביים בוקן מיין האטעל האב איך געזיכט סזאל זיין ביים וואסער אבער האבן אינדערזייט א ליידיגע גרויסע פלאץ ווי איך ווייס אז דארט קען איך גיין
געווענליך האבן די האטעלן דארט א פריוואטע ביטש וואס נאר די מענטשן פון די האטעל מעגן דארט זיין
און אויך איז דא דארט פאבליק ביטשעס ווי די עולם גייט
און נאכדעם איז דא צווישן צוויי האטעלן וואס איז קיינעמס נישט די האטעלס און נישט קיין פאבליק ביטש וואס דאס זיך איך
איך האב געוויסט פון איין פלאץ אז דארט איז ליידיג וויבאלד פאריאר בין איך דארט געווען אבער איך האב געוואלט גיין מער היי סטענדערט אויך
די פלאץ הייסט OCEAN B HOTEL
בילדער
סאיז א ביליגע האטעל יעצט ביליגער מיט כמעט א טויזענטער און סאיז אויפן ביטש און סאיז דא דארט א ליידיגע פלאץ צווישן די האטעל און א אנדערע האטעל ווי איך בין למעשה געווען ווי מוועט שוין זעהן

יעצט סאיז דא דארט אסאך האטעלן ביים וואסער איינס בעסער פונעם אנדערן פיר סטארס פינף סטארס נייע אלטע מיט באלקעניס און אן
למעשה האב איך אפגעמאכט אנהייב צו גיין אין א נייע האטעל וואס הייסט קאנרעד האטעל א פינף שטערן האטעל סאיז געווען גאנץ ביליג אזוי איז געווען די פלאן מגייט אהין
למעשה בין איך געגאנגן אויף גוגל מעפס און געסירטש פאר די פלאץ צו זעהן אויב סאיז דא דארט אויך א ליידיגע פלאץ ווי צו זיין האב איך געזעהן אזוי (גוט צו וויסן)
אין פארט לארידעל איז נאר דא פיר האטעלן וואס זענען ממש אויפן ביטש צוליב די ברייטקייט פון די ביטש דארט נאכדם אלע אנדערע זענען ביים וואסער אבער מדארף אריבער גיין די גאס צו אנקומען דארט וואס מייט צו זאגן אז די ביטש איז דארט גאנץ שמאל וואס מאכט אז אלע פרייוועט ביטשס זענען זייער ברייט און סאיז כמעט נישט דא דארט ליידיג ווי צו גיין נאר אויב מוואקט אזא גוטע פינף מינוט וואס איך האב נישט געהאלטן ביים טוהן
די פיר האטעלן אויפן ביטש זענען פון אינטן ארויף
לאגא מאר ריזארט
מעריעט הארבער ספא און ריזארט
אוישען בי
און גאנץ ארויף ביי די עק פארט לארידעל איז דא א האטעל וואס הייסט פעליקאן גרענד ביטש ריזארט

סאיז דא צווישן מעיריעט און אושען בי נאך א האטעל אבער סאיז נישט ממש אויפן ביטש סהייסט בעסט וועסטערן

אלע אנדערע זענען אנטקעגן איבער די וואסער
פון אינטן ארויף
Bahia mar
Courtyard by marriot
Marriot beachplace towers
The ritz
Silver seas
Merriweather
The westin
W fort
Hilton
The ocean resort
Corad
The atlantic
Sea club
Premiere
Sonesta
איך האף כהאב אויסגערעכנט אלע
למעשה לאגא מאר איז נישט געווען קיין אפשען צוליב סאיז גאנץ אלט און אושען בי אויך נישט ווי געשריבן אונז ווילן מער שענער און די האטעל גאנץ ארויף אויך נישט וועגן סאיז אונגאנצן אוועק פונעם געגענט
איז געבליבן די מעירעט האטעל וואס גאנץ טייער אבער סהאט זיך געלוינט די געלט סיי אלטס די שיינקייט באקוועמקייט און אויך זיי האבן דארט א ריזיגע ליידיגע שטח און בכלל זייער פרייוועט ביטש איז ריזיג און ליידיג ווייל מזיצט זייער אויסגעשפרייט
למעשה האב איך געטוישט פון קאנרעד צו דארט און איך האב גענומען א רום וואס הייסט ווינט דריפט
א פיינע רום גרויסע רום אויפן פערצענטן שטאק קעגן וואסער א ריזיגע פארטש וואס גייט פונעם בעט רום ביזן ליוונג רום און די וויא איז מוראדיג
סהאט אפגעקאסט א שיינעם סכום אבער סאיז מיר נישט אנגעגאנגן ווייל איך האב געדארפט א וואקעישן און כדי צו אנקומען דערצו דארף מען טאקע האבן געלט אבער סטאר נישט זיין קיין אפהאלט

Comments

Popular posts from this blog

פלארידע תשפ"א חלק ב'

פלארידע אטרעקשענס