פלארידע תשפ"א חלק ב'
ארויסגעפארן זעמיר זינטאג פרשת בא פאר א פינף טעג ביז דאנארשטאג אנקומענדיג אין עירפארט איז שוין געווען דארט קאוועדיג מהאט געהאלטן און איין אפשטיפן די פלייט מיט נאך א שעה און נאך א שעה ענדליך אנשטאטס ניינע איז מען ארויסגעפארן נאך צוועלף אויפן פליגער זענען די פלייט אטענדענס ארומגעגאנגן מיט אפעראציע כאלאטלעך מאסקעס און גרויסע גלעזער און געמאכט זעכער אז יעדער האט די מאסק ביז די אויגן סאיז געווען א פילע פליגער די עולם אנטלויפט פון דא צוליב די פילע לאקדאונס האט יעדער צווייטער געהאט א קליינע הינטעלע און מיין ווייב האט כסדר אויפגעטאנצן פאר שרעק ענדליך נאכן לאנדן האבן מיר גענומען אלע פעקלעך און געריפן א ליפט טעקסי וואס זאל אונז טראגן צום האטעל ענדליך מיר זעצן זיך אריין אין טעקסי זעהן מיר זיך מיט א שווארצע דרייווערטע וואס האט אנגעפאנגן צו פרעגן שאלות אויף די תורה זי איז געווען א שווארצע מיסיאנער זעהט אויז אז שווארצע קענען בעסער איבער רעדן זי האט געדרשנט אגאנצע וועג קשיות מיט קשיות כהאב מיר שוין געוואלט זעהן אינדרויסן אפילו ווען מאיז אנגעקומען האט זי ווייטער גערעדט און געפלוידערט און רעדט נאך...