פלארידע תשפ"ג חלק ב'
יום ב'
קענסט די נאטור פון נישט קענען שלאפן געהעריג די ערשטע נאכט ווי מגייט אין די פרעמד? יא אט דאס איז געשען ביי מיר, מהאמיר נישט געקענט געהעריג איינשלאפן צו פון די וועג צו וועגן די עקסייטמענט וואס די נעקסטע טאג וועט ברענגן... הכלל מיר האבן זיך געטראפן דריי אזייגער עסן די איבערגעבליבענע פון סאפער וואסער איז געווען א מאנגל כהאב עס נישט אין חשבון גענומען, גוט צו וויסן נעקסט פאר נעקסט טיים, שמאגל אריין דורך דיין גרויסע רענצל עטליכע באטלעך וואסער.... אבער ב"ה מהאט זיך אן עצה געגעבן מיטן מאנגל, די זשים אין האטעל האט געהאט אזא וואסער מאשין איז יעדן טאג ווען די צוגעשטעלטע וואסער האט זיך פארניצט איז מען אראפגעפארן צום זשים און זיך אנגעפילט די פחים קטנים און אזוי אינאיינוועגס געגעבן א מיטשע אויס די קערפער מיטן מאכן אביסל עקסערסייז.
אלזא צופרי האט מען נישט געקענט שלאפן סאיז נישט געווען מעגליך סיי די כוואליעס פונעם אטלאנטיק האבן געריסן שטיקער און געבעטן דעם עולם איר מקבל פנים זיין, און סיי וויבאלד מיר האבן נישט פארמאכט די רום דארקענער כדי אויפצושטיין מיט די זון.
מיר זענען ארויסגעשפרינגן פון בעט ארויס צום באלקעני קעגן דעם ים און אריינגעצויגן די פיינע לופט בשעתן מיטהאלטן ווי די ארבעטערס זענען ביזי אנצוגרייטן די ביעטש מיט בענקלעך און בודקעלעך, ווי אויך זייערע דזשעט סקי'ס וואס כהאב נישט זוכה געווען צו ניצן בעוה"ז'מן. ווי אויך איז געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי גלייך צופרי האבן שוין מענטשן זיך געשיפלט מיט אלע מינע שיפן, אנדערע זענען געגאנגן א שטאפל ארויף און זיך ארויסגעלאזט פון די שיף אויף ארויף און זיך געפילט גאר גוט שוועבנדיג העכערן וואסער דורך א פאראשאוט, א זאך וואס מיר האבן אויך נישט זוכה געווען צו טוהן, ווייל זייער נאמבער האב איך ערשט אויפגעכאפט נאכן ארויסטשעקן פונעם האטעל...
נאכן דאווענען האט מען באשטעלט א פיינעם פרישטאג פון יאם בערי און סאיז אנגעקומען א האלבע שעה נאכדעם נאך פיין ווארעם.
גלייך נאכדעם האט מען אנגעהויבן צו קאלן אלע פילטער קאמפעניס כדי זיי זאלן ערלויבן זיך צו קאנעקטן מיט די האטעל ווייפיי, מיין טעלעפאון האט נישט געהאלטן ביים ארבעטן, האב איך עס אריינגעווארפן אינעם רענצל עד כי יבאו אהיים.
אבער די וויכטיגע נאמבערס וואס מהאט געדארפט קאלן האט מען זיך מסדר געווען מיט גוגל וואויס, וואס למעשה האבן די פילטער קאמפעניס צוגעשטעלט פיינע שנעלע סערוויס, אריינגערעכנט טעקלאק און גדר און געמאכט ארבעטן אלעס אן קיין פראבלעמען, אזוי אז כהאב רואיגערהייט געקענט ארבעטן אין טוהן מיין ארבעט, זיכן ווי צו גיין האט מען נישט געדארפט, ווייל מאיז אנגעקומען געהעריג באוואפנט מיט א באקעט ליסט ווי מדארף אלטס גיין, מהאט זעכער געמאכט אריינצולייגן אסאך פלעצער אז אויב סארבעט זיך נישט אויס איין פלאץ זאל מען גלייך האבן א צווייטע, כוויל מיר טאקע דא באדאנקן פאר מיין טייערע לעפטאפ וואס האט געטוהן א גוטן זשאב און צוגעשטעלט א פיינע ליסט...
די ערשטע טאג האט מען אפגעמאכט נישט אוועקצוגיין פונעם האטעל נאר עס גוט אויסניצן און זיין גאר רואיג אן ארומלויפן און טרעוולען, די האטעל ווי געשריבן פאריגע מאל האט א פיינע ביעטש וואס איז גאר גרויס און איז אויסגעשטעלט אז ארום איז ליידיג, קוקט אויס ווי זיי האבן עס ספעציעל געמאכט פאר אידן... מיין פלאץ איז אויסגעקומען הארט נעבן די זשעט סקי רענטל וואס זיי שטעלן דארט צו, די גאנצע צייט בין איך געזיצן דארט מיט ריזיגע אויגן אנגעשפיצט אויפן רענטל צו זעהן ווען זיי עפענען כדי צו קענען שיפלען און זיך איבערדרייען, אבער נאך אפאר שעה ליגן דארט זאגן זיי אז מגייט עס נישט עפענען היינט ווייל סאיז נאכנישט גענוג ווארעם געווארן זייט יענע רעגן. וואס טוט מען אזא צייט? זענען מיר אריין אינעם וואסער און געטרייט נאכצומאכן נחשון בן עמינדב אבער נאך עטליכע סקונדעס איז מיר זאלציג געווארן אין די אויגן און געזען אז סאיז פיל מיט דזשעלי פיש און ליגן שיין אויסגעשטעלט אויפן יבשה ממש ווי די מצרים, ביז מיר האבן געכאפט אז סאיז נישט קיין סכנהדיגע איז שוין אבער געווען א האלבע שפעטער, אבער מיר האבן זיך נישט פארלוירן נאר צוריק אריין אינעם וואסער און אינזינען געהאט צו מאכן ש"י טבילות....
מקען דאך נישט זיין אזוי לאנג ביים וואסער האט מען זיך אוועקגעזעצט און אנגעהויבן צו באטראכטן די הימלען און מעלה זכרונות געווען פון די אנדערע יארן ווי מיר זענען אלטס געווען, מהאט זיך דערמאנט פון די זשאנגל קווין שיף די סיקוועריאם און נאך סאיז געווען גאר געשמאק. איז לאמיר עס מיטטיילן פארן עולם...
Comments
Post a Comment